Lyrics & Knowledge Personal Pages Record Shop Auction Links Radio & Media Kids Membership Help
The Mudcat Cafesj



User Name Thread Name Subject Posted
Monique ADD: Songs of Mordecai Gebirtig (1877-1942) (46) RE: ADD: Songs of Mordecai Gebirtig (1877-1942) 19 Apr 23


Ver Der Ershter Vet Lakhn – Lyrics in Hebrew characters


װער דער ערשטער װעט לאַכן

— כיװעל זיכער, אַװורעמל, דער ערשטער נישט לאַכן,
איך װעט זיך, מעגסט וױ נאָך זיך װיצלען,
כ’װעל נעמען אין זינען מיר טרױעריקע זאַכן,
נו, מעגסטו אַפֿילו מיך קיצלען.
— װעסט לאַכן, איך װעט זיך,
װעסט, שלמהלע, שױן לאַכן,
איך האָב אַ מיטל גאָר אַ װױלע זאך:
מעגסט האָבן זיך אין זינען
די טרױעריקסטע זאַכן,
װעט מוזן זײַן בײַ דיר דער ערשטער לאַך.
— דאָס ערשטע, אַװורעמל, נעם איך מיר אין זינען
מײַן אָרעמען טאַטן דעם שװאַכן,
װאָס זוכט אָרום אַרבעט און קען נישט געפֿינען,
נו, װעט זיך מיר גלוסטן צו לאַכן?
— װעסט לאַכן, איך װעט זיך,
װעסט, שלמהלע, פֿאַרשפּילן,
איך האָב אַ מיטל גאָר אַ װױלע זאַך:
כיװעל מיאָוקען װי אַ קעצל
און װי א הינטל בילן,
װעט מוזן זײַן בײַ דיר דער ערשטער לאַך.
— איך װעל זיך, דערמאַנען,
כיהאָב נעכטן אין חדר
די סדרה װאָס גײט הײַנט פֿאַרגעסן,
דער רבי, ער װיל נאָר כ’זאָל לערנען כּסדר,
ער װײסט נישט װי מיר װילט זיך עסן.
— װעסט לאַכן, איך װעט זיך,
װעסט נישט זײַן אַזאַ שלעכטער,
כ’שטעל אײַן א קנעפּל, כישטעל אַקעגן פֿיר,
װעסט האַלטן זיך די זײַטן
און קײַכן פֿון געלעכטער,
דערזעענדיק װאָס איך האָב דאָ בײַ מיר.
— און כ’װעל זיך דערמאַנען דעס רבינס צארניק פּנים,
װען ר’האָט מיך גענומען פֿאַרהערן,
נאָך האָב איך פֿון קאַנטשיק פֿיל בלאָע סימנים,
געװײנט פֿון יסורים מיט טרערן.
— װעסט לאַכן, װעסט לאַכן,
אַהער גיב שױן דאָס קנעפֿל,
זע, שלמהלע, װאָס איך האָב דאָ פֿאַר דיר!
אַ זעמעלע מִיט פֿוטער,.
און הערינג אַז פֿײַן קעפּל,
אַנו, זאָג, שלמהלע, װער װעט לאַכן פֿריער?
אַ זעמעלע מיט פֿוטער,
און הערינג אַ פײַן קנעפּל,
כ’װעל מאָרגן װידער װעטן זיך מיט דיר.


Post to this Thread -

Back to the Main Forum Page

By clicking on the User Name, you will requery the forum for that user. You will see everything that he or she has posted with that Mudcat name.

By clicking on the Thread Name, you will be sent to the Forum on that thread as if you selected it from the main Mudcat Forum page.

By clicking on the Subject, you will also go to the thread as if you selected it from the original Forum page, but also go directly to that particular message.

By clicking on the Date (Posted), you will dig out every message posted that day.

Try it all, you will see.